היסטאריע
טיטוס הרשע
טיטוס איז געווען דער רוימישער גענעראל (שפעטער קייסער) וואס האט חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש אין יאר 70.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעטיטוס איז געווען דער רוימישער גענעראל וואס האט באלאגערט ירושלים און חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש אין יאר 70. שפעטער איז ער געווארן דער קייסער פון רוים.
די גמרא (גיטין נ"ו ע"ב) דערציילט אז טיטוס הרשע איז אריין אין קודש הקדשים מיט גרויס חוצפה, געשניטן דעם פרוכת, און גענומען די כלי המקדש אויף א שיף קיין רוים. אויפן ים איז געקומען א שטורעם, און ער האט זיך באריהמט קעגן דעם אייבערשטן.
לויט דער גמרא האט דער אייבערשטער געשיקט א קליינע מוק (יתוש), וואס איז אריין אין זיין נאז און האט אים געפיקט אין מוח זיבן יאר. נאך זיין טויט האט מען געעפנט זיין קאפ, און געטראפן אז די מוק איז געווארן גרויס ווי א פויגל פון צוויי סלעים (גיטין נ"ו ע"ב).
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!