היסטאריע
צדקיהו המלך
צדקיהו איז געווען דער לעצטער מלך פון יהודה; אין זיינע טעג איז דער ערשטער בית המקדש חרוב געווארן.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציענבוכדנצר האט געמאכט מתניה, יאשיהו'ס זון, פאר מלך אין ירושלים, און געטוישט זיין נאמען צו צדקיהו; ער איז געווען 21 יאר אלט און האט געקעניגט 11 יאר (מלכים ב' כ"ד:י"ז–י"ח).
ער האט זיך אויפגעשטעלט קעגן בבל, כאטש ירמיהו הנביא האט געווארנט. נבוכדנצר האט באלאגערט ירושלים, צדקיהו איז אנטלאפן און געכאפט געווארן ביי יריחו; מען האט פאר זיינע אויגן געשאכטן זיינע זין, אים בלינד געמאכט און געפירט אין קייטן קיין בבל (מלכים ב' כ"ה:א'–ז'). דערנאך איז דער בית המקדש פארברענט געווארן (מלכים ב' כ"ה:ח'–ט').
פרעג שוקי מער וועגן דעם
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!