היסטאריע
דניאל
דניאל איז געווען א צדיק אין גלות בבל, וואס האט פארטייטשט קעניגליכע חלומות, און איז ארויס געזונט פון דער לייבן-גרוב.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעדניאל איז געווען איינער פון די יונגע אידן פון יהודה וואס מען האט אוועקגעפירט קיין בבל. ער האט זיך נישט געוואלט מטמא זיין מיטן קעניג'ס עסן (דניאל א':ח'). ער האט פארטייטשט נבוכדנצר'ס חלומות (דניאל ב', ד'), און די שריפט אויף דער וואנט ביי בלשאצר — 'מנא מנא תקל ופרסין' (דניאל ה').
אין די צייטן פון דריוש איז דניאל אריינגעווארפן געווארן אין א גרוב מיט לייבן ווייל ער האט ווייטער געדאוונט דריי מאל א טאג קעגן ירושלים, און דער אייבערשטער האט אים געראטעוועט (דניאל ו'). זיין ספר האט אויך זעונגען וועגן די מלכיות און דעם קץ (דניאל ז'–י"ב).
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!