מאכלים
חלה
דאס געפלאכטענע שבת-ברויט – דער הארץ פון יעדן שבת און יום טוב טיש.
חלה איז דאס ספעציעלע ברויט וואס מען עסט אום שבת און יום טוב (אויסער פסח און יום כיפור). געווענליך איז זי געפלאכטן, און אויפן טיש ליגן צוויי חלות, א זכר צו דעם "לחם משנה" – דאס טאפלטע מן וואס איז געפאלן ערב שבת אין מדבר.
דער נאמען "חלה" קומט פון דער תורה, און מיינט אויך דאס שטיקל טייג וואס מען נעמט אפ פון דעם טייג – "הפרשת חלה". אין מיטל-אייראפע האט מען זי אויך גערופן "בערכעס".
אין חסידישע שטובן איז פארהאן א גרויסע אויסוואל פון פארמען: זעקס- און צוועלף-געפלאכטענע, קיילעכדיגע חלות פאר ראש השנה, און טייל באקן א "שליסל חלה" אויף שבת נאך פסח. ביי א רבי'נס טיש ווערט די חלה צעטיילט אלס שיריים.
מקורות
💡 ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
✍️ שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.