געשעפט
גרינ'ס בעקעריי און דער באבקע
גרינ'ס איז א וועלט-באקאנטע קאשערע בעקעריי אין ברוקלין, וואס באקט איבער א מיליאן באבקעס א יאר.
פאראכטן / צולייגן אינפארמאציע"גרינ'ס" איז א וועלט-באקאנטע קאשערע בעקעריי אין ברוקלין, באקאנט מערסטנס פאר אירע שאקאלאד- און צימערינג-באבקעס, ראגעלעך און היימישע קוכנס.
לויט דער בעקעריי שטאמען די רעצעפטן פון א פאמיליע פונעם שטעטל האלמין אין אונגארן, וועלכע איז געווען באקאנט אין דער גאנצער געגנט פאר אירע געבעקסן. די קינדער האבן אנגעהויבן אין א קליינעם קעלער אין ברוקלין, און אזוי איז געבוירן געווארן דאס באקאנטע געשעפט.
היינט באקט די 12,500 קוואדראט-פוס בעקעריי, אויף 65 פרענקלין עוועניו, איבער א מיליאן באבקעס א יאר. איבער 25 יאר האט גרינ'ס געבאקן די באבקעס פאר דער באקאנטער "דין & דעלוקא" קעטל. די בעקעריי האט צוויי קיכן – איינע אינגאנצן פארעוו און ניס-פריי – און שטייט אונטער דער השגחה פון OK און דעם "סענטראל ראבינישן קאנגרעס". שבת איז פארמאכט, פארשטייט זיך.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: דינסטאג לך לך ט׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך קיין קאמענטארן. זייט דער ערשטער!