מאכל
חלה
דאס געפלאכטענע שבת-ברויט – דער הארץ פון יעדן שבת און יום טוב טיש.
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציעחלה איז דאס ספעציעלע ברויט וואס מען עסט אום שבת און יום טוב (אויסער פסח און יום כיפור). געווענליך איז זי געפלאכטן, און אויפן טיש ליגן צוויי חלות, א זכר צו דעם "לחם משנה" – דאס טאפלטע מן וואס איז געפאלן ערב שבת אין מדבר.
דער נאמען "חלה" קומט פון דער תורה, און מיינט אויך דאס שטיקל טייג וואס מען נעמט אפ פון דעם טייג – "הפרשת חלה". אין מיטל-אייראפע האט מען זי אויך גערופן "בערכעס".
אין חסידישע שטובן איז פארהאן א גרויסע אויסוואל פון פארמען: זעקס- און צוועלף-געפלאכטענע, קיילעכדיגע חלות פאר ראש השנה, און טייל באקן א "שליסל חלה" אויף שבת נאך פסח. ביי א רבי'נס טיש ווערט די חלה צעטיילט אלס שיריים.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
עודכן לאחרונה: 20 באוקטובר 2026. מצאת טעות? הודיעו לנו.
תגובות ודיון
שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.