חסידישע הויף
קהל עדת יראים ווין
קהל עדת יראים וויען, וויליאמסבורג
פאררעכטן / צולייגן אינפאגעשיכטע
"ווין" איז א קהילה וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1941 אין וויליאמסבורג דורך פליטים פון ווין (וויען), עסטרייך, וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס; רוב פון זיי זענען געווען אשכנזים פון אויבערלאנד וואס האבן געדאוונט אין דער "שיף‑שול" אין ווין. זיי האבן געקויפט א טעאטער‑בנין אויף בעדפארד עוועניו און עס איבערגעמאכט אויף א שול. דער ערשטער רב איז געווען ר' יונתן שטייף, פריער דיין אין בודאפעשט, נסתלק געווארן תשי"ח (1958); אין תשכ"א איז געווארן רב ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש. פון תשנ"ב (1992) איז דער רב ר' אשר אנשיל כ"ץ, זון פון ר' יהושע כ"ץ, אב"ד סאמבאטהעלי. אין תשס"ח האט ער געטוישט דעם נוסח אין דער הויפט‑שול אין וויליאמסבורג פון נוסח אשכנז אויף נוסח ספרד און אנגעהויבן פירן טישן, אזוי אז די קהילה האט היינט א חסידישן כאראקטער, ענליך צו פאפא, צעהלים, ניטרא און קאשוי. די קהילה האט שולן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי, און אויך א שול אין ירושלים (רחוב מנחת יצחק, קרית בעלזא) ווי מען האלט נאך ביים נוסח אשכנז.
היינט
דער רב איז ר' אשר אנשיל כ"ץ; די דיינים זענען ר' יוסף אליהו שטיינער (וויליאמסבורג), ר' יחזקאל הורוויץ און ר' צבי האלפערין (בארא פארק) און ר' מנחם פישער (מאנסי). די קהילה ציילט בערך 500 משפחות, מיט א תלמוד תורה, ישיבה קטנה און ישיבה גדולה. אין מאנסי דאוונט מען נאך נוסח אשכנז; אין בארא פארק זענען צוויי מנינים נוסח ספרד און איינער נוסח אשכנז.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: דאנארשטאג לך לך י״א חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.






קאמענטארן (0)
נאך נישטא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!