מאכלים
המן-טאשן
די דריי-עקיגע פורים-קיכלעך, אנגעפילט מיט מאן, פאווידל אדער שאקאלאד.
פארעכטן / צוגעבן אינפארמאציעהמן-טאשן זענען די באקאנטע דריי-עקיגע קיכלעך וואס מען באקט לכבוד פורים. דער נאמען דערמאנט אין המן הרשע, דעם שונא פון דער מגילה. אויף לשון קודש רופט מען זיי "אזני המן".
טראדיציאנעל פילט מען זיי מיט מאן – דערפון זאגט מען אז דער נאמען קומט פון "מאן-טאשן" – אדער מיט פאווידל, טייטלען אדער ניס. היינט טרעפט מען זיי אויך מיט שאקאלאד, לאטוס און וואס נאר א בעקער קען זיך אויסטראכטן.
אין די וואכן פאר פורים זענען די פענצטער פון די בעקערייען אין בארא פארק, וויליאמסבורג און בני ברק פול מיט המן-טאשן, און זיי זענען א פעסטער טייל פון כמעט יעדן משלוח מנות.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצטע אפדעיט: דינסטאג לך לך ט׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך קיין קאמענטארן. זייט דער ערשטער!