מאכלים
געפילטע פיש
די קלאסישע שבת'דיגע פיש-פארשפייז, מיט א שייבל מער אויבן און א ביסל כריין אויף דער זייט.
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציעגעפילטע פיש איז די קלאסישע אשכנז'ישע פארשפייז אויפן שבת און יום טוב טיש. מען מאכט עס פון געהאקטע פיש אן ביינער – קארפ, ווייספיש אדער העכט – וואס ווערט געקאכט, און מען לייגט אויבן א שייבל געקאכטע מער. פיל עסן עס מיט כריין.
אין די אלטע צייטן איז "געפילטע פיש" טאקע געווען א גאנצער פיש וואס מען האט אנגעפילט מיט דער געהאקטער מאסע אין דער הויט – דערפון קומט דער נאמען. שוין אין זעכצנטן יארהונדערט האבן בעלי-בתים אנגעהויבן מאכן בלויז די באלעלעך.
ביי חסידים ברענגט מען א סך טעמים פארן עסן פיש אום שבת, און עס איז פארהאן א באקאנטע "מחלוקת" צווישן די זיסע געפילטע פיש פון פוילן און די פעפערדיגע פון ליטע. היינט קויפט מען זיי אויך פארפרוירן אין א "לאָף".
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.