אינסטיטוציע

עזרה למרפא

די בארימטע חסד ארגאניזאציע פון הרב אלימלך פירער, וואס העלפט חולים מיט עצות, מעדיצינישע מכשירים און מער.

שיקן
פארעכטן / צוגעבן אינפארמאציע

עזרה למרפא איז א ישראל׳דיגע חסד ארגאניזאציע וואס העלפט חולים און מענטשן מיט באגרעניצונגען. זי גיט מעדיצינישע עצות, לייט אויס מעדיצינישע מכשירים, פליט חולים צו באהאנדלונגען אין חוץ לארץ, און נאך פילע סארטן הילף.

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט און ווערט געפירט דורך הרב אלימלך פירער שליט״א, וועמען טויזנטער פאמיליעס ווענדן זיך צו ווען זיי דארפן הילף מיט א מעדיצינישע פראגע. פאר זיין ארבעט אין עזרה למרפא האט ער באקומען דעם "פרס ישראל".

עזרה למרפא פירט אויך א היים פאר מענטשן מיט אינטעלעקטועלע אנטוויקלונגס שוועריגקייטן.

די ארגאניזאציע איז היינט איינע פון די בּעסטע באקאנטע חסד ארגאניזאציעס אין ארץ ישראל, און פאמיליעס פון אלע קרייזן ווענדן זיך צו איר אין שווערע צייטן.

מקורות

  1. 1https://he.wikipedia.org/wiki/עזרה_למרפא
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא

אלעס ווערט איבערגעקוקט פאר עס גייט ארויף. בילדער ווערן קיינמאל נישט אויטאמאטיש ארויפגעשטעלט.

קאמענטארן (0)

נאך קיין קאמענטארן. זייט דער ערשטער!

לעצטע אפדעיט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.

מער צו לייענען

פרעגט שוקי