היסטאריע
אלישע הנביא
אלישע בן שפט איז געווען אליהו הנביא'ס תלמיד, וואס האט באקומען 'פי שנים' פון זיין רבי'ס רוח, און געטון אסאך ניסים.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעאלישע בן שפט האט געאקערט מיט אקסן ווען אליהו הנביא האט אויף אים ארויפגעווארפן זיין מאנטל, און ער איז נאכגעגאנגען אליהו און אים געדינט (מלכים א' י"ט:י"ט–כ"א). ווען אליהו איז ארויף אין הימל, האט אלישע געבעטן 'פי שנים ברוחך אלי', און באקומען אליהו'ס מאנטל (מלכים ב' ב').
ספר מלכים דערציילט פון זיינע ניסים: דער קריגל אייל וואס האט נישט אויפגעהערט צו גיסן (מלכים ב' ד':א'–ז'), מחיה מתים זיין דעם שונמי'ס זון (מלכים ב' ד':ח'–ל"ז), און די היילונג פון נעמן דעם שר פון ארם (מלכים ב' ה'). אלישע איז נפטר געווארן אין די צייטן פון יואש מלך ישראל (מלכים ב' י"ג:י"ד–כ').
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!