היסטאריע
בלק
בלק בן צפור, דער מלך פון מואב, האט געדינגען בלעם צו שעלטן די אידן.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעבלק בן צפור איז געווען דער מלך פון מואב ווען די אידן זענען געקומען צו די פלעצער פון מואב. ער האט זיך דערשראקן — 'ויגר מואב מפני העם מאד' — און געשיקט שלוחים צו בלעם ער זאל קומען שעלטן די אידן (במדבר כ"ב:ב'–ז').
בלק האט מיט בלעם געבויט מזבחות אויף דריי פלעצער, אבער יעדעס מאל האט בלעם געבענטשט די אידן אנשטאט צו שעלטן, און בלק האט געזאגט 'לקב איבי לקחתיך והנה ברכת ברך' (במדבר כ"ג:י"א). די פרשה הייסט אויף זיין נאמען. חז"ל זאגן אז רות שטאמט פון עגלון, א זון פון בלק (סוטה מ"ז ע"א).
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!