אירוע
סיום הש"ס
סיום הש"ס הוא השמחה הגדולה בסיום לימוד כל הש"ס ב'דף יומי' – בשנת 2020 ישבו למעלה מ-90,000 יהודים באצטדיון מטלייף.
דער "סיום הש"ס" איז די גרויסע שמחה ביים ענדיגן דעם "דף יומי" – דער סדר פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, אזוי אז מען ענדיגט אלע 2,711 בלעטער פונעם תלמוד בבלי אין בערך זיבן און א האלב יאר. ביים סיום רעדט מען דרשות, מען זינגט און מען טאנצט – און דעם קומענדיגן טאג הייבט מען ווידער אן פון "ברכות".
דער געדאנק פונעם דף יומי איז ארויסגעברענגט געווארן דורך הרב מאיר שפירא זצ"ל, דער לובלינער רב, ביי דער ערשטער "כנסיה גדולה" פון אגודת ישראל אין ווין, אין 1923. דער ערשטער סיום איז פארגעקומען אין זיין ישיבה, "חכמי לובלין".
אין אמעריקע איז דער סיום געוואקסן פון יאר צו יאר: אין 1990 האט אגודת ישראל געדונגען מעדיסאן סקווער גארדן; אין 2012 איז דער סיום פארגעקומען אין מעטלייף סטעדיום; און דעם 1טן יאנואר 2020 איז דער 13טער סיום הש"ס פארגעקומען אין מעטלייף סטעדיום אין ניו דזשערזי, מיט איבער 90,000 אידן – אויסגעפארקויפט! דער 14טער מחזור ענדיגט זיך, אי"ה, דעם 7טן יוני 2027.
מקורות
💡 ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
עודכן לאחרונה: 20 באוקטובר 2026. מצאת טעות? הודיעו לנו.

תגובות ודיון
✍️ שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.