מנהגים און לעבן

שיריים

דער חסידישער מנהג צו כאפן א ביסל פון דעם עסן פון וועלכן דער רבי האט פארזוכט.

↗ שיקן
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציע

שיריים – "די איבערבלייבענישן" – איז אן אלטער חסידישער מנהג צו עסן פון דעם עסן פון וועלכן דער רבי האט פארזוכט. דער מנהג האט עטליכע פארמען: ביי טייל חסידים שטעלט מען זיך אין א רייע צו באקומען א טראפן ווייַן פון דעם רבי'נס קידוש אדער הבדלה; ביי אנדערע טיילט דער רבי אויס פירות אדער ניס.

די באקאנטסטע פארעם איז ביים טיש: דער רבי נעמט א קליין ביסל פון א גרויסן טעלער, און דערנאך ווערט דער טעלער ארומגעגעבן צווישן די חסידים – און יעדער שטרעקט אויס די האנט צו כאפן כאטש א שטיקל. ווער עס איז געווען ביי א גרויסן טיש ווייסט ווי אזוי עס זעט אויס...

מען ברענגט מקורות פאר דעם מנהג פון דעם פסוק "ברוך טנאך ומשארתך", און עס ווייזט די ליבשאפט און דעם התקשרות פון א חסיד צום רבי'ן.

מקורות

  1. 1https://outorah.org/p/121646/
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא

אלעס ווערט איבערגעקוקט פאר עס גייט ארויף. בילדער ווערן קיינמאל נישט אויטאמאטיש ארויפגעשטעלט.

תגובות און שמועס

שרייב א תגובה

נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.

לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

ווייטער אויספארשן

️ שרייבן פרעגט שוקי