מנהגים וחיים
שיריים
דער חסידישער מנהג צו כאפן א ביסל פון דעם עסן פון וועלכן דער רבי האט פארזוכט.
פאראכטן / צולייגן אינפארמאציעשיריים – "די איבערבלייבענישן" – איז אן אלטער חסידישער מנהג צו עסן פון דעם עסן פון וועלכן דער רבי האט פארזוכט. דער מנהג האט עטליכע פארמען: ביי טייל חסידים שטעלט מען זיך אין א רייע צו באקומען א טראפן ווייַן פון דעם רבי'נס קידוש אדער הבדלה; ביי אנדערע טיילט דער רבי אויס פירות אדער ניס.
די באקאנטסטע פארעם איז ביים טיש: דער רבי נעמט א קליין ביסל פון א גרויסן טעלער, און דערנאך ווערט דער טעלער ארומגעגעבן צווישן די חסידים – און יעדער שטרעקט אויס די האנט צו כאפן כאטש א שטיקל. ווער עס איז געווען ביי א גרויסן טיש ווייסט ווי אזוי עס זעט אויס...
מען ברענגט מקורות פאר דעם מנהג פון דעם פסוק "ברוך טנאך ומשארתך", און עס ווייזט די ליבשאפט און דעם התקשרות פון א חסיד צום רבי'ן.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
עודכן לאחרונה: 20 באוקטובר 2026. מצאת טעות? הודיעו לנו.
קאמענטארן (0)
נאך קיין קאמענטארן. זייט דער ערשטער!