אינסטיטוציע
מתעסקים
מתעסקים איז א ברוקלינער חסד-ארגאניזאציע, געגרינדעט אין 2004, וואס העלפט אבלים און היטט אפ דעם כבוד פון נפטרים לויט הלכה.
מתעסקים איז אן ארגאניזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן אין ברוקלין אין 2004 דורך א גרופע הצלה-מיטגלידער און עסקנים, וואס האבן געזען ווי שווער עס איז פאר א משפחה אין די ערשטע שעות נאך א פטירה. זיי האבן אויפגעשטעלט א 24-שעה "האטליין", און דעם נאמען "מתעסקים" גענומען פון די מיטגלידער פון א חברה קדישא.
מתעסקים לייט אויס פריי פון אפצאל שבעה-שטולן און ספרים, און שטעלט אויס צעטלען אויף די טירן פון אבלים מיט די שעות ווען מען קען קומען מנחם אבל זיין. זיי העלפן אויך מיט קבורה פאר ארימע לייט אדער אזעלכע אן משפחה, און ארבעטן צו פארמיידן נתיחות און פארברענען, וואס זענען קעגן הלכה.
ביי גרויסע אומגליקן מיט אידישע קרבנות, שיקט מתעסקים א גרופע פרייוויליגע צו יעדן ארט אין אמעריקע, כדי צו זארגן פאר כבוד המת. עס איז אויך דא א מתעסקים אין קאנאדע.
מקורות
💡 ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
✍️ שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.