היסטאריע
אסתר המלכה
אסתר המלכה, מרדכי'ס שוועסטערקינד, איז געווארן אחשורוש'ס מלכה, און האט מיט איר מסירות נפש געראטעוועט די אידן פון המן'ס גזירה.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעאסתר, אויך גערופן הדסה, איז געווען א יתומה, און מרדכי האט זי אויפגעצויגן (אסתר ב':ז'). זי איז גענומען געווארן צום קעניג'ס הויז, און אחשורוש האט זי געמאכט פאר מלכה; לויט מרדכי'ס הוראה האט זי נישט געזאגט פון וועלכן פאלק זי שטאמט (אסתר ב':י', ט"ז–י"ז).
ווען המן'ס גזירה איז ארויס, האט זי געבעטן אז אלע אידן אין שושן זאלן פאסטן דריי טעג, און געזאגט 'וכאשר אבדתי אבדתי' (אסתר ד':ט"ז). זי איז אריין צום קעניג אן א רוף, געמאכט צוויי סעודות, און דארט אנטפלעקט המן'ס פלאן (אסתר ה'–ז'). מיט מרדכי האט זי געשריבן די מגילה און מתקן געווען פורים (אסתר ט':כ"ט–ל"ב). חז"ל רעכענען זי צווישן די זיבן נביאות (מגילה י"ד ע"א).
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט איבערגעקוקט: מיטוואך לך לך י׳ חשון. א טעות? לאזט אונז וויסן.
קאמענטארן (0)
נאך נישט דא קיין קאמענטארן. זיי דער ערשטער!