מנהגים וחיים
בקיטשע
הבעקעשע היא המעיל המשי השחור הארוך שחסידים לובשים בשבת, ביום טוב ובשמחות.
פארעכטן / צולייגן אינפארמאציעדי בעקעשע (אויך "בעקיטשע") איז א סארט לאנגער קאפטן, געווענליך פון שווארצן זייד אדער פאליעסטער, וואס חסידים – און אויך טייל נישט-חסידישע חרדים – טראגן. מען טראגט עס מערסטנס שבת, יום טוב, און ביי חתונות און אנדערע שמחות.
אין דער וואך טראגט מען געווענליך א "רעקל", געמאכט פון וואל אדער פאליעסטער, וואס זעט אויס ווי א געווענליכער רעקל מיט צוויי רייען קנעפ, נאר לענגער.
חסידישע רביים וואס טראגן א בעקעשע אויך אין דער וואך, טראגן שבת א שענערע, פיינערע, אפט מיט סאמעט אונטערשלאק אדער מיט א קאליר אויסער שווארץ.
צוזאמען מיטן שטריימל און דעם גארטל, איז די בעקעשע א טייל פון דעם קלאסישן שבת'דיגן בילד פון א חסידישן איד – א סימן פון כבוד שבת.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
עודכן לאחרונה: 20 באוקטובר 2026. מצאת טעות? הודיעו לנו.
קאמענטארן (0)
נאך קיין קאמענטארן. זייט דער ערשטער!