געשעפט
פאסקעס קענדי
פאסקעס איז א פאמיליע-פירמע פון קאשערע זיסוואַרג און סנעקס, מיט ביורא'ס אין ברוקלין.
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציעווען א קינד הערט "פאסקעס", לייכטן אים די אויגן. די "פאסקעס קענדי קאמפאני" איז א פירנדיגע מארקע אין דעם קאשערן מארק, א פאמיליע-פירמע וואס ווערט געפירט שוין איבער 60 יאר.
לויט דער פירמע איז איר ציל פון אנהייב ביז היינט געבליבן דאס זעלבע: צו געבן די העכסטע קוואליטעט קאשערע פראדוקטן. אסאך פון אירע פראדוקטן זענען שוין לאנגע יארן א פעסטער טייל פון יעדער קאשערער שפייזקאמער, און נייע פראדוקטן ווערן כסדר איינגעפירט.
אויסער די אייגענע "פאסקעס" פראדוקטן פארשפרייט די פירמע אויך באקאנטע מארקעס, ווי "גאלדען פלאף" סנעקס, קאמיל בלאך שווייצער שאקאלאד, האריבא, פעז, "מאן", "נרונים" און "קליק". די הויפט-ביורא'ס געפינען זיך אין ברוקלין, און עס זענען דא פארשפרייטונגס-צענטערס אין בעלגיע, ארץ ישראל, ענגלאנד און קאנאדע.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.