געשעפט
מאנישעוויץ
מאנישעוויץ איז א קאשערע מארקע, געגרינדעט אין 1888, דער גרעסטער מצות-פאבריקאנט אין דער וועלט.
מאנישעוויץ איז איינע פון די עלטסטע און באקאנטסטע קאשערע מארקעס אין אמעריקע, באקאנט מערסטנס פאר אירע מצות און איר ווייַן.
די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1888 אין סינסינעטי, אהייא, דורך הרב דוב בער מאנישעוויץ. פאר יענע צייטן האט מען געבאקן מצות אין ספעציעלע אויוונס אין די שולן, אדער אין קליינע בעקערייען, און פאר ארימע משפחות איז עס נישט געווען לייכט צו באקומען. הרב מאנישעוויץ האט אויסגעטראכט א מאשין וואס האט געשניטן און געבאקן מצות אין א פארעם וואס מען קען לייכט איינפאקן און שיקן – און אזוי זענען מצות געווארן ביליגער און צוגענגליך פאר יעדן איד.
אין 1926 איז עס שוין געווען דער גרעסטער מצות-פאבריקאנט. היינט איז מאנישעוויץ דער גרעסטער מצות-פאבריקאנט אין דער וועלט, איינע פון די גרעסטע קאשערע מארקעס אין אמעריקע, און דער ערשטער אמעריקאנער עקספארטירער פון מצות. היינט געהערט די מארקע צו דער "קייקא" גרופע.
מקורות
💡 ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
✍️ שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.