דער בית המדרש פון ישיבת סלבודקא אין גבעת רוקח, בני ברק (2021)פיראוס · CC BY-SA 4.0 · Wikimedia Commons
די ישיבה איז די המשך פון ישיבת "כנסת ישראל" וואס דער "אלטער פון סלאבאדקא", ר' נתן צבי פינקל, האט געגרינדעט אין תרל"ז (1877) אין סלאבאדקא, ליטא. נאך דער מלחמה איז די ישיבה נאכאמאל אויפגעשטעלט געווארן אין גבעת רוקח אין בני ברק, צוויי יאר נאך פוניבז', מיט'ן חזון איש'ס עצה. דער בית המדרש האט א באזונדערע פארעם: ער האט אכט זייטן, און די סטעליע איז געמאלט בלוי מיט ליכטלעך ווי שטערן. נאך דער פטירה פון ר' מרדכי שולמן אין תשמ"ב (1982) האבן איבערגענומען זיין זון ר' נתן צבי שולמן און זיינע איידעמס ר' עמרם זקס און ר' משה הלל הירש. נאך ר' עמרם זקס'ס פטירה אין תשע"ג (2013) האבן איבערגענומען זיין איידעם ר' יצחק שווארץ, וואס זאגט די שיעורים כלליים, און זיין זון ר' שמחה שמואל זקס.
רחפן מעל ישיבת סלבודקא בבני ברק | זווית שלא ראיתם מעולם ›ישיבת סלבודקה בבני ברק ›