ישיבת מיר (בית ישראל, ירושלים, מדינת ישראל)
ישיבת מיר איז אנגעהויבן געווארן אין שטעטל מיר אין ווייסרוסלאנד, און אין דער מלחמה האבן די בחורים פון מיר זיך געראטעוועט ביז שאנכיי. אין תש"ד (1944) האט ראש הישיבה ר' אליעזר יהודה פינקל אויפגעשטעלט די ישיבה נאכאמאל אין געגנט בית ישראל אין ירושלים, און אין תש"ט זענען צוגעקומען די בחורים פון שאנכיי מיט'ן משגיח ר' יחזקאל לעווענשטיין. פון תשכ"ה (1965) איז ראש ישיבה געווען ר' בנימין ביינוש פינקל, פון תש"ן (1990) זיין איידעם ר' נתן צבי פינקל, און נאך זיין פטירה אין תשע"ב (2011) זיין זון ר' אליעזר יהודה פינקל. אויך ר' יצחק אזרחי איז פון די ראשי ישיבת מיר, און ר' רפאל שמואלביץ איז געווען פון די ראשי הישיבה ביז זיין פטירה אין תשע"ו (2016). מיר איז באקאנט אלס די גרעסטע ישיבה אויף דער וועלט; לויט באריכטן לערנען דארט מער ווי צען טויזנט בחורים און אברכים.
נאך
