‹ נייעס

אידיש24 · מיטוואך לך לך י׳ חשון

סענעטאר שומער פאדערט פאר אלטערנאטיווע פלענער בּעפאר ווערייזאן פירט אויס איר פלאן צו ענדיגן לענדליין פאון סערוויס

סענעטאר טשאק שומער פארדערט דאס אויסצולייגן אלטערנאטיווע פלענער פארן ענדערן די לענדליין פאון סערוויס. די פירמע ווערייזאן האט אנגעגעבן אן אפליקאציע ביי די 'עף-סי-סי' צו אפשטעלן די לאנגע לענדליין סערוויס אין ניו יארק און נאך 8 אנדערע סטעיטס. ווערייזאן זאגט אז מענטשן קענען נוצן סעלפאונס אדער אנדערע סערוויסעס אנשטאט די לענדליינס. שומער זאגט אבער אז מען מוז זיין זיכער אז עס זענען פארהאן גוטע מעגליכקייטן פאר יעדן. דאס איז ספעציעל וויכטיג פאר געגנטער ווי דער סעלפאן סערוויס איז נישט שטארק.

א קורצע איבערזיכט אין אונזערע ווערטער. דער ארטיקל איז פון אידיש24.

מער פון אידיש24

פרעגט שוקי