מוסד
מפעל הש״ס
די לערן-פראגראם פון דעם קלויזנבורגער רבי זי״ע, וואו מען ווערט יעדן חודש געטעסט אויף 70 בלאט גמרא.
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציעמפעל הש״ס, מיטן פולן נאמען "מפעל הש״ס הכללי בהיכלי התורה", איז א לערן פראיעקט וואס איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשל״ח דורך דעם צאנזער רבי, רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זי״ע. דער רבי האט געהאלטן אז א ברייט לערנען און בקיאות אין גאנץ ש״ס איז דער יסוד פון א ריכטיגן לערנען, און האט דאס אפט באטאנט אין זיינע שמועסן.
אין דעם מפעל ווערט מען געטעסט יעדן חודש אויף זיבעציג בלאט גמרא מיט רש״י און תוספות, און יעדן פערטן חודש אויף די פריערדיגע דריי חדשים. דער לערן-שטאף איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי מסכתות, און ווען איינע איז שווער, איז די צווייטע גרינגער. אין די יום טוב חדשים, ניסן און תשרי, איז דער שטאף א ביסל גרינגער.
אין אנהייב איז דאס געווען נאר פאר תלמידים אין "כולל ש״ס", און שפעטער האט זיך עס פארשפרייט.
מקורות
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
עודכן לאחרונה: 20 באוקטובר 2026. מצאת טעות? הודיעו לנו.
תגובות ודיון
שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.