שוין דער ערשטער באבובער רבי, ר' שלמה הלברשטאם, האט געעפנט א ישיבה, און זיין זון דער "קדושת ציון" האט נאך דער ערשטער וועלט מלחמה נאכאמאל געעפנט די באבובער ישיבה מיט'ן נאמען "עץ חיים"; ביז דער צווייטער וועלט מלחמה זענען געווען ארום 40 סניפים אין גאליציע און פוילן. נאך דער מלחמה איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבה בני ציון" אין בארא פארק, ברוקלין (לויט באריכטן אין די 1940ער יארן). היינט האט באבוב גרויסע תלמוד תורה'ס אין בארא פארק, און אויך אין לאנדאן (סטאמפארד היל), ארץ ישראל און נאך. נאך די צעטיילונג אין באבוב פירט יעדער צד זיינע אייגענע מוסדות (באבוב און באבוב 45).
ועידת החינוך - הרב משה יהודה ברייער מנהל ת ›Azei Bashlishi -Bobov- ניגוני באבוב - אזי בשלישי ›