‹ נייעס

אידיש24 · דאנארשטאג לך לך י״א חשון

נייע געזעץ אין ניו יארק סטעיט טוט דראסטיש העכערן טעקס קרעדיט פאר עמורדזשענסי וואלונטירן

דער גאווערנער האקול האט אונטערגעשריבן א נייעס געזעץ אין ניו יארק סטעיט. דאס געזעץ העכערט די יערליכע טעקס קרעדיט פאר וואלונטיר עמורדזשענסי ריספאנדערס. אנשטאט די ביז יעצטיגע צוויי הונדערט דאלער, וועלן זיי יעצט קענען באקומען אכט הונדערט דאלער א יאר. פאר פאמיליעס קען דאס אויסקומען ביז 1,600 דאלער. די נייע כללים נעמען אריין אויך וואלונטיר פייערלעשער, אמבולאנס ארבעטער און מעמבערס פון הצלה. דאס וועט אנהייבן צו ארבעטן אין 2027.

א קורצע איבערזיכט אין אונזערע ווערטער. דער ארטיקל איז פון אידיש24.

מער פון אידיש24

פרעגט שוקי