מעדיע
קול מבשר
"קול מבשר" (Yiddish24) איז א טעלעפאן-נייעס ליין אויף אידיש, געגרינדעט אין 2005 דורך זלמן ווידער.
פאררעכטן / צולייגן אינפארמאציע"קול מבשר", אויך באקאנט אלס "Yiddish24", איז א טעלעפאן-ליין פון נייעס אויף אידיש – פאר טויזנטער חסידים דער ערזאץ פאר ראדיא.
עס איז געגרינדעט געווארן אין 2005 דורך ר' זלמן ווידער, דער הויפט-נייעס-לייענער. אויף דער ליין קען מען הערן רעקארדירטע נייעס – לאקאלע, וועלט- און אידישע נייעס – וועטער, טראפיק-באריכטן, שיעורים, און אינטערוויוס מיט וויכטיגע פערזענליכקייטן.
די הויפט נייעס ווערן דערנייערט צוויי מאל א טאג, און ביי וויכטיגע געשעענישן ווערן "בולעטינס" צוגעלייגט אין לויף פונעם טאג. לויט וויקיפעדיע איז עס איינע פון די הויפט-מקורות פון אינפארמאציע פאר אידיש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, מיט די גרעסטע עולמים אין אמעריקע, קאנאדע, ארץ ישראל און ענגלאנד.
מקורות
ענליכע מענטשן
ווייסט איר מער? שיקט אריין אינפא
לעצט דערהיינטיקט: 20 אקטאבער 2026. א טעות? לאזט אונז וויסן.

תגובות און שמועס
שרייב א תגובה
נאך קיין באמערקונגען. זייט דער ערשטער.